געפֿילטע פֿיש איז אַ לעבעדיק, זיס מאכל געמאַכט פֿון צעריבענע פֿיש, אױסגעמישט מיט אײער, צוקער, פֿעפֿער, און עטליכע געהײמע באַשטאַנדטײלן.
מען רופט עס געפֿילטע פֿיש, ווייל ארגינעל פלעגט מען נעמען די געמאלענע פיש און מען האט עס אריינגעפילט און די געהעריגע פיש, אזוי אז אינמיטן פון די רונדן איז געווען אנגעפילט מיט געמאלענע פֿיש.
אַלע ייִדן מוזן ליב האָבן געפֿילטע פֿיש, װײל עס איז אַ "מנהג ישׂראל" דאָס צו עסן פֿאָר אַן "עונג שבת". װער עס קען נישט פֿאַרטראָגן דעם טעם, מעג עס אָנשמירן מיט כרײן, אַרומנעמען מיט חלה, און אַראָפּשלינגען גאַנצערהײט. מען טאָר עס אָבער נישט נעמען מיט װאסער װײל "מ'טרינקט נישט אינמיטן עסן פֿיש".
פֿאַלשע געפֿילטע פֿיש, לכּבֿוד פּסח, װערט געמאַכט פֿון פֿלײש און געגעסן אין געװיסע קרײַזן װוּ מ'עסט נישט קיין פֿיש אום פּסח.
Gefilte fish | גפילטע פיש | Gefilte Fisch | Gefilte fish | ゲフィルテ・フィッシュ
This article is licensed under the GNU Free Documentation License.
It uses material from the
"געפילטע פיש".
Home Page • arts • business • computers • games • health • hospitals • home • kids & teens • news • physicians • recreation• reference • regional • science • shopping • society • sports • world