אַ געזעץ איז אַן אָפיציעלער פירונג וואָס ווערט בעשטימט דורך אַן אַלגעמיינע מענטשליכע פאַרשטאַנדונג ווי אַזוי מען דאַרף זיך פירן.
עס זײַנען דאָ געזעצן וואָס ווערן געצווּנגען דורך דעם געריכט פון דער מדינה, און עס זיַינען דאָ געזעצן, וואָס יעדער פאַרשטייט פון זיך אַליין אַז מען דאַרף זיי פאָלגן וואס דאס הייסט "סאציאלער אפמאך".
ס'רוב לענדער האבן דעם אנגענומענעם קאמען לאו קאדעקס. די "חוקי המדינה" זענען נישט דירעקט אין קאנטראסט מיט די אידישע געזעצן "חוקי התורה".
ווען אידישע סוחרים ווילן באשוצן זייערע רעכטן, נוצן זיי צומאל אויך דעם צוואנג פון די רעגירונג צו פארסירן זייערע קאפירייט געזעצן.
געזעצען זענען רעגולאציעס וועלכע ווערן געשריבן און דערנאך באשטעטיגט דורך דעם לעגיסלאטיוון צווייגעל פון דער רעגירונג, וואס אנבאלאנגט דאס לאנד און אלע איר אייוואוינער.
יעדעס לאנד גיט ארויס געזעצן ווען זי זעט פאר נויטיג, צי איז דאס געזען איבער זיכערהייט, ווי טראפיק פארקער, אדער איבער געווער.
די געזעצן ווערן אין אלגעמיין פארסירט דורך די פאליציי, וועמענס אויפגאבע איז צו כאפן די פארלעצער פונעם געזעץ, און זיי ברענגען פאר יוסטיץ.
צווישן זיי זענען די באקאנטע דריי הארבע עבירות שלוש עבירות נישט הרג'ן שפיכת דמים, נישט דינען עבודה זרה און נישט עובר זיין אויף גילוי עריות.
אויף אלע טעיפס אדער סידי'ס, צום ביישפיל, זעט מען דעם געדרוקטן איסור פון נאכמאכן פארבאטן הן עפ"י חוקי התורה, והן עפ"י חוקי המדינה.
די תורה איז צעטיילט אין דריי סארטן געזעצן:
פאליטיק | געריכט | בית דין צדק | סאציאלאגיע | יידישקייט