גלייכרעכטיגייט איז א דעמאקראטישע געדאנק צו באוויליקן גלייכרעכטיגייט פאר יעדן מענטש אן אים דיסקרימינירן (אונטערשיידן) לויט זיין אפשטאם, געשלעכט, קאליר הויט,פאלק א.א.וו.
אויך קומט דאס ארויס ביים טאג טעגליכע לעבן, ווי צום ביישפיל מען טאר נישט אפזאגן אן ארבעטארער אלס זיין קאליר הויט אדער אלס זיינע סעקסואלע ציאונגען. אדער מען טאר נישט באגרעניצן א געשעפט צו פארקויפן נאר פאר א געוויסע געמיינדע.
א רעגירונג דארף זארגן זאל נישט זיין דיסקרימינירונגען אין איר מדינה, און זי דארף אנטוויקלען דורך דיסקרימינירן אלע שוואכע גרופעס וואס זיינען אונטערבאוווסט ווייניגער ווערד (ווי צום ביישפיל די שווארצע לעומת די ווייסע, ווייבער לעומת מענער א.א.וו. און דערפאר איז למשל איינגעפירט ביי א שולע צו לאזן א אפגעשטימטע צאל פלעצער פאר די שווארצע סטודענטן). א זעלכע שטעלן זיך קעגן דער געדאנק און האלטן אז די רעגירונג טאר נישט דיסקרימינירן אויף יעדנס פאל, אויך נישט כדי צו אנטוויקלען די שוואכע.
This article is licensed under the GNU Free Documentation License.
It uses material from the
"גלייכרעכטיגייט".
Home Page • arts • business • computers • games • health • hospitals • home • kids & teens • news • physicians • recreation• reference • regional • science • shopping • society • sports • world